У нас вы можете посмотреть бесплатно Александр Городницкий, "Атланты", перевод Йоэля Матвеева, поет Псой Короленко. или скачать в максимальном доступном качестве, видео которое было загружено на ютуб. Для загрузки выберите вариант из формы ниже:
Если кнопки скачивания не
загрузились
НАЖМИТЕ ЗДЕСЬ или обновите страницу
Если возникают проблемы со скачиванием видео, пожалуйста напишите в поддержку по адресу внизу
страницы.
Спасибо за использование сервиса ClipSaver.ru
Александр Городницкий, "Атланты", перевод Йоэля Матвеева, поет Псой Короленко. ווען אויפֿן האַרץ איז אומעט און אין דער ברוסט איז קאַלט, צום ערמיטאַזש זאָלסט קומען, ווען בין־השמשות פֿאַלט. אָן ברויט, אָן וואַסער, אַלטע, פֿון דורות ניט דערקענט, דאָרט האַלטן די אַטלאַנטן דעם הימל מיט די הענט. צו האַלטן אַזאַ משׂא — קיין האָניק ניט סײַ־ווי, די רוקנס ניט געלאַסן, צונויפֿגערוקט די קני. דאָך אַרבעט גאָר אַ סך ער צו היטן זײַן געבעט: וועט איינער ווערן שוואַכער, דער הימל פֿאַלן וועט! וועט וויינען די אַלמנה, און יעדער זאַנג צעשטערט, עס וועט מיט פֿײַער־שוואָמען אַוועק די גאַנצע ערד. פֿון יאָר צו יאָר דער הימל דריקט שווערער אויף זײַן גוף, ער ציטערט, ווען עס פֿליִען ראַקעטן־שיפֿן אויף. אָט שטייען זיי, די יאַטן, מיט גופֿים אויסגעטאָקט, פֿון דורות אויסגעמאַטערט, העלפֿט קיינער ניט אַנשטאָט. דאָס טאָג־ליכט טוט נאָר שאַטן, בײַנאַכט ניטאָ קיין גליק, פֿאַרוווּנדעט פֿון האַרמאַטן, פֿאַרמיאוסט אינעם קריג, אויף אייביק אומגעבענטשטע, מיט שטערנס אָנגעשפּאַרט, ניט געטער, פּראָסטע מענטשן, וואָס שווערע מי דערפֿאַרט. און האָפֿן מעגסט, און וואַרטן: ווערט אַלצדינג ניט פֿאַרברענט, ווײַל האַלטן די אַטלאַנטן דעם הימל מיט די הענט.