У нас вы можете посмотреть бесплатно The Last Dechenen, Michoel Shnitzler [Munkatch Camp] | דאס לעצטע דוכנ'ען, מיכאל שניצלער или скачать в максимальном доступном качестве, видео которое было загружено на ютуб. Для загрузки выберите вариант из формы ниже:
Если кнопки скачивания не
загрузились
НАЖМИТЕ ЗДЕСЬ или обновите страницу
Если возникают проблемы со скачиванием видео, пожалуйста напишите в поддержку по адресу внизу
страницы.
Спасибо за использование сервиса ClipSaver.ru
און צום דריטן מאל... - חזקה! נאך די אויסערגעווענליכע גריסן וואס מיר הערן צוריק ביז'ן היינטיגן טאג אויף די שיינע מוזיק פרעזענטאציעס "דער שידוך" (פון יאר תשע"ז), און "מענדי-סענדי-קענדי" (פון יאר תשע"ח), סיי פון די געשעצטע עלטערן פון אונזערע טייערע קעמפערס וועלכע זענען איבערגענומען איבער די מאס פארבארגענע טאלאנטן וואס מיר באווייזן אויפצודעקן אין זייערע קינדערלעך אין די אכט וואכן פון קעמפ, און סיי פון די אידישע גאס וועלכע טוט ווערן אינספירירט איבער די הערליכע פראיעקטן וואס עס קומען ארויס פון מחנה חיים ושלום, די קליינע ווינקל אויפ'ן רוט-42 אין קייאמישע לעיק, מיט א נאמען וועלכע שמ'ט איבעראל, האבן מיר נישט געקענט איגנארירן די אלע פארלאנגען און באשלאסן צו אריינטאנצן אין א פרישע מוזיק פרעזענטאציע, א זאך וועלכע איז גאר שווער אהערצושטעלן און נעמט גאר אסאך צייט צו מאכן. מיר האבן פארברענגט שעות לאנג מיט נישטערן פאר א גוטע ניגון און צוריקגעקומען צו די 'אידישע געזאנגען' סעריע פון דער מייסטער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער הי"ו וועלכע איז בארימט מיט זיינע אינהאלטסרייכע אידישע ניגונים - און דאסמאל איז עס אן אייגנארטיגע, עמאציאנאלער לידל, קאמפאזירט און געשריבן דורך דער טאלאנטפולער, וועלט-בארימטער מלחין און בדחן מאטי אילאוויטש. מיר האבן אויסגעקליבן דאס יאר א שטאטע הארציגע וועלט-מלחמה ניגון, אנשטאט א שנעלע לעבעדיגע געשיכטעלע, ווייל מיר האבן געוואלט אריינברענגען אין די יונגע הערצער פון די קינדערלעך, אביסל פארשטאנד און ווארעמקייט צו די ביטערע וועלט-מלחמה וועלכע האט פארשניטן די לעבנס פון זעקס מיליאן פון אונזערע זיידעס, ברידער און פאמיליע - הי"ד! איר וועט לכאורה נישט ווערן אנטוישט, די פינגער אפדרוקן און געדאנקען פון אונזער שעפערישע שטאב, אינאיינעם מיט די אויגפארכאפנדע 'עקט' דורך אונזערע טאלאנטפולע קעמפערס וועלן אייך צוריקטראגן אין אן עפאכע וואס איז קריטיש וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן, און ווערט ליידער אסאך פארגעסן. גרייט אייך אן טישוס און ווען איר ענדיגט דאס קוקן צינדט אן א לעכטעלע לע"נ די קדושים וועלכע זענען אומגעקומען אין די ביטערע קריג. מחנה חיים ושלום מונקאטש שטעלט אייך פאר דעם הארציגן אראפשפיל פון "דאס לעצטע דוכ'ענען" א געשיכטע ווי אן עלטערער איד האט אנגעהאלטן אן איינפיר פון ארויסלויפן ביים דוכ'ענען ווייל ער האט געוואלט געדענקען 'דעם לעצטן דוכ'ענען' פון א כהן ביים צווייטן וועלט מלחמה וועמען מען האט אומגעברענגט פאר'ן חטא פון פראווענען א באהאלטענע סדר אין בונקער, אין בערגן-בעלזן לאגער. עס איז געווארן אהערגעשטעלט און אראפגעשפילט דורך די געלונגענע קינדער פון כתה ז-1, אינאיינעם מיט זייער מדריך ר' אהרן יודא ווייזער הי"ו. מיר זענען זיכער איר וועט שטארק הנאה האבן און ווערן אינספירירט דערפון, און ארויסנעמען דעם וויכטיגן מעסעדזש אז השי"ת הערט אונזער געוויין און זאגט אונז צו אז בקרוב קומט דער טאג וואס ותחזינה עינינו בשובך לציון! א ספעציעלע דאנק צו דער געלונגענער און מייסטער-טאלאנטפולער ראש המדריכים המחנך הדגול הרב וועלוול שמעלצער הי"ו, און דער סגן הר"ר משה שמואל דייטש הי"ו אויף זייער נאכאנאנדע הילף און אהערשטעלן דעם פראיעקט און א באזונדערן דאנק צו אלע קנאקעדיגע, חשוב'ע מדריכים און שטאב מיטגלידער אין מונקאטש קעמפ, אויף די הילף, מיטארבעט און געדאנקען דורכאויס דעם פראיעקט. קוקט, ווערט אינספירירט און האט הנאה! #MunkatchCamp #MichoelSchnitzler #MottyIlowitz ••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••• זעט אויך אונזערע אנדערע מוזיק פראיעקטן "דער שידוך:" • Der Shidduch - Michoel Schnitzler [Mu... "מענדי סענדי קענדי:" • Mendy Sendy Candy - Michoel Schnitzle... ••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••• Follow, The Yiddishe Vinkel platform YouTube: / yiddishevinkel Instagram: / yiddishevinkel Telegram: T.me/YiddisheVinkel Twitter: / yiddishervinkel WhatsApp: https://goo.gl/pD6RGm Website: https://YiddisheVinkel.com •••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••••