Русские видео

Сейчас в тренде

Иностранные видео


Скачать с ютуб זײַן ערלעך (צו יוסף קערלערן ז"ל) в хорошем качестве

זײַן ערלעך (צו יוסף קערלערן ז"ל) 6 дней назад


Если кнопки скачивания не загрузились НАЖМИТЕ ЗДЕСЬ или обновите страницу
Если возникают проблемы со скачиванием, пожалуйста напишите в поддержку по адресу внизу страницы.
Спасибо за использование сервиса ClipSaver.ru



זײַן ערלעך (צו יוסף קערלערן ז"ל)

אָנגעשריבן דעם 15 ינוואַר 2025, בשעת עס זענען נאָך געבליבן 73 ערבניקעס אין די טונעלן פֿון כאַמאַס, און אונדזער רעגירונג טוט זייער ווינציק צו ברענגען זיי אהיים. --------------------------------------------------- צו יוסף קערלערן פֿון דיר האָב איך געהערט, אַז ס'נישט אַזוי געפֿערלעך, כל זמן מיט זיך אַליין, מיט זיך אליין ביסט ערלעך. נאָר ס'האָבן זיך געביטן דאָ די צײַטן, און "ערלעך" איז געוואָרן אַ מטבע אויסצובײַטן. און ס'פֿעלט נישט אונדז נישט וואַסער און נישט זאלץ, אָבער דער מצב איז דערגאַנגען ביזן האלדז, די ווירקלעכקײַט איז שוין אזוי געפֿערלעך... טאָ ווי זשע, זאָג מיר, ווי זשע בלײַבט מען ערלעך? דאָרט, וווּ אַ וואָרט, אַ צוזאָג ווערט אַ שפּאי, און די געשיכטע שרײַבט מען איבער פון דאָס נײַ, דאָרט וואו דער מיטגעפֿיל איז שוין נישט הערלעך, ס'איז גאָר נישט מה־בכך פֿארבלײַבן ערלעך. דער הימל איז פֿאַרשטעלט מיט כמאַרעס שווער ווי בלײַ, אין די טונעלן שטאַרבן קינדער, און דער לעבן גייט פֿאַרבײַ. און ווידער שעכט מען ייִדן - יונגע, אַלטע... פֿאַרשטייסט ווי שווער איז מיר מיט דײַן "מ'דאַרף זיך האַלטן"? דער זיבעטער אָקטאָבער מיט דער שוואַרצער שמחת־תּורה, ווי מיט אַ האַק אַראָפּגעלאָזט אויף אונדז די מרה־שחורה. און כאָטש די אויגן זענען ווידער נאַס, דער אָטעם שווערלעך - דורך זיבן טויטן, איבער געוואַלד, פֿאַרבלײַב איך ערלעך. בולגאַריע, 15.2.2025

Comments